די סװעטשאַפּ

מאָריס ראָזענפֿעלד

געזאַמעלטע ליעדער

עס רױשן אין שאַפּ אַזױ װילד די מאַשינען,
אַז אָפֿט מאָל פֿאַרגעס איך אין רױש דאָס איך בין; -
איךּ װער אין דעם שרעקלעכן טומל פֿאַרלאָרן,
מײן איך װערט דאָרט בטל, איך װער אַ מאַשין:
איך אַרבעט און אַרבעט, און אַרבעט אָן חשבון,
עס שאַפֿט זיך, און שאַפֿט זיך, און שאַפֿט זיך אָן צאָל:
פֿאַרװאָס? און פֿאַר װעמען? איך װײס ניט, איך פֿרעג ניט, -
װי קומט אַ מאַשינע צו דענקען אַ מאָל?

ניטאָ קײן געפֿיל, קײן געדאַנק, קײן פֿאַרשטאַנד גאָר! -
די ביטערע, בלוטיקע אַרבעט דערשלאָגט
דאָס אײדלסטע, שענסטע און בעסטע, דאָס רײַכסטע,
דאָס טיפֿסטע, דאָס העכסטע װאָס לעבן פֿאַרמאָגט.
עס שװינדן סעקונדן, מינוטן און שטונדן,
גאָר זעגל שנעל פֿליִען די נעכט מיט די טעג;
איך טרײַב די מאַשין גלײַך איך װיל זײ דעריאָגן, -
איך יאָג אָן אַ שׂכל, איך יאָג אָן אַ ברעג.

דער זײגער און װאָרקשאַפּ, ער רוט ניט אַפֿילו,
ער װײַזט אַלץ און קלאַפּט אַלץ און װעקט נאָך אַנאַנד;
געזאָגט האָט אַ מענטש מיר אַ מאָל די באַדײַטונג:
זײַן װײַזן און װעקן, דאָרט ליגט אַ פֿאַרשטאַנד;
נאָר עטװאָס געדענקט זיך מיר, פּונקט װי פֿון תלום;
דער זײגער, ער װעקט און מיר לעבן און זין,
און נאָך עפּעס, - איך האָב פֿאַרגעסן, - ניט פֿרעגט עס!
איך װײס ניט, איך װײס ניט, איך בין אַ מאַשין!...

און צײַטנװײַץ װען איך דערהער שױן דעם זײגער,
פֿאַרשטײ איך גאַנץ אַנדערש זײַן װײַזן, זײַן שפּראַך; -
מיר דאַכט, אַז עס נוקעט מיר דאָרטן דער אומרו,
כ׳זאָל אַרבעטן, אַרבעטן, מערער, אַ סך!
איך חער אין זײַן טאָן נאָר דעם באָסעס װילדן בײזער,
זײַן פֿינצטערן קוק אין די װײַזער די צװײ; -
דער זײגער, מיר סקרוכעט, מיר דאַכט אַז ער טרײַבט מיך
און רופֿט מיך "מאַשינע!" און שרײַט צו מיר: "נײ!"

נאָר דאַן, װען ס׳איז שטילער דער װילדער געטומל,
אַװעק איז דער מײַסטער, אין מיטאָג־צײַט שטונד,
דאַן פֿאַנגט אָן אין קאָפּ בײַ מיר לאַנגזאַם צו טאָגן,
אין האַרצן צו ציִען, - איך פֿיל דאַן מײַן װוּנד; -
און ביטערע טרערן, און זודיקע טרערן
צעװײקן מײַן מאָגערן מיטאָג, מײַן ברױט, -
עס װערגט מיך, איך קען ניט מער עסן, איך קען ניט!
אָ, שרעקלעכע פּראַצע! אָ, ביטערע נױט!

ס׳דערשײַנט מיר די שאַפּ אין דער מיטאָג־צײַט שטונדע
אַ בלוטיקע שלאַכטפֿעלד, װען דאָרט װערט גערוט:
אַרום און אַרום זע איך ליגן חרוגים,
עס ליאַרעמט פֿון דק׳ערד דאָס פֿאַרגאָסענע בלוט...
אײן װײַלע, און באַלד װערט געפּױקט אַ טרעװאָגע,
די טױטע דערװאַכן, עס לעבט אױף די שלאַכט,
עס קעמפֿן די טרופּעס פֿאַר פֿרעמדע, פֿאַר פֿרעמדע,
און שטרײַטן און פֿאַלן, און זינקען אין נאַכט.

איך קוק אױף דעם קאַמפֿפּלאַץ מיט ביטערן צאָרן,
מיט שרעק, מיט נקמה, מיט העלישער פּײַן; -
דער זײגער, איצט הער איך אים ריכטיק, ער װעקט עס:
"אַ סוף צו דער קנעכטשאַפֿט, אַ סוף זאָל דאָס זײַן!"
ער מינטערט אין מיר מײַן פֿאַרשטאַנד, די געפֿילן,
און װײַזט װי עס לױפֿן די שטונדן אָהין:
אַן עלנטער בלײַב איך, װי לאַנג איך װעל שװײַגן,
פֿאַרלאָרן, װי לאַנג איך פֿאַרבלײַב װאָס איך בין...

דער מענטש, װעלכער שלאָפֿט אין מיר הײבט אָן דערװאַכן,
דער קנעכט, װעלכער װאַכט אין מיר שלאָפֿט דאַכט זיך אײַן;-
אַצינד איז די ריכטיקע שטונדע געקומען!
אַ סוף צו דעם עלנט, אַ סוף זאָל עס זײַן!...
נאָר פּלוצלינג - דער "װיסטל", דער באָס - אַ טרעװאָגע!
איך װער אָן דעם שׂכל, פֿאַרגעס װוּ איך בין, -
עס טומלט, מען קעמפֿט, אָ, מײַן איך איז פֿאַרלאָרן, -
איך װײס ניט, מיך אַרט ניט, איך בין אַ מאַשין...